סענאטארן פון די סענאט ״אויסערן אנלעגנהייטן קאמיטע״ האבן היינט אפגעהאלטן א פארהער אין סענאט פאר דעם ארויסגייענדיגן סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעאו וועלכע טראמפ האט נאמינירט אלס סעקערטערי אוו סטעיט און דארף נאר אריבערגיין א באשטעטיגונג פון סענאט.

פאמפעאו איז אויסגעשטאנען שווערע פראגעס דורך רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך וועלכע האבן אים געפרעגט וויאזוי ער וועט זיך פארמעסטן מיט דעם פרעזידעט אימפולסיוון צוגאנג צו אויסערן פאליטיק, און וויאזוי ער וועט זיך ספראווען מיט דעם פרעזידענט׳ס נארישקייטן אויפ׳ן אינטערנאציאנאלן ארענע.

דער רעפובליקאנער סענאטאר באב קארקער האט אים געפרעגט ״פילע שטארקע פיגורן זענען פארטריבן געווארן פון די אדמינסטראציע וויבאלד זיי האבן נישט געהאלטן ביים גיין אין שפאן מיט׳ן פרעזידענט, איך פרעג דיך אויב דיינע באציאונגען מיט׳ן פרעזידענט זענען באזירט אויף א נארמאלע צוויי זייטיגע פארשטענדעניש, אדער דו טוסט בלינדערהייט וואס ער זאגט״

דער דעמאקראט באב מענענדעז האט געפרעגט ״צו האסט די מעגליכקייט צו זאגן פאר פרעזידעט טראמפ, דו מאכסט א טעות, דו ביזט אומריכטיג״. פאפמעאו האט געענטפערט פאר ביידע אז ער האט אלס סי-איי-עי דירעקטאר פילע מאל באוויזן צו איבערציייגן טראמפ צו טוישן זיין מיינונג, און אז ער קלערט אז ער האט אן איינפלוס אויפ׳ן פרעזידענט.

עטליכע איינפלוסרייכע רעפובליקאנער זענען ארויסגעקומען אין סענאט צו צייגן שטיצע פאר פאמפעאו, אריינגערעכנט דער געוועזענער פרעזידענטליכע קאנדידאט באב דאול, און די יו.ען. פארשטייערין ניקי העילי וועלכע האט זיך נישט פארטראגן מיט׳ן פריערדיגן סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל