דער קאנאדישער פליגל פון דער 'בני ברית' ארגאניזאציע האט נארוואס פארעפנטליכט אז קאנאדע האט אין 17' געהאט דאס שווערסטע יאר פון שנאת ישראל.

1,752 אינצידענטן פון אקטן קעגן אידן און אידישע אינטערעסן זענען רעקארדירט געווארן דורכאויס דעם יאר, און די צאל ווילדע אנטיסעמיטישע אטאקעס איז געווען כמעט דאפלט ווי א יאר פריער.

רוב-רובם פון דעם שנאת ישראל קומט פון די עקסטרעמען ביים לינקען און רעכטן לאגער פונעם פאליטישן ספעקטרום, אבער א גרויסער טייל פון די אנטיסעמיטישע אטאקעס ווערן אנגעלייגט אויף דער איסלאמישער באפעלקערונג אין לאנד, באזונדערס אין די קוויבעק און אנטעריא פראווינצן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל