א שרעקליכע אומגליק האט זיך אפגעשפילט אין ארץ ישראל, ווען דער אויטאבוס מיט א גרופע יוגנטליכע איז פארשוועמט געווארן און געפירט צום טויט פון א צאל אידישע סטודענטן.

דער אויטאבוס האט געטראגן א גרופע פון 25 יוגנטליכע אין דער אומגעגנט פונעם ים המלח, ווען א ווילדער שטראם פון וואסער איז באפאלן די סטודענטן און זיי פארשלעפט פון ארט.

די גרופע, וואס איז באשטאנען פון 18-יעריגע סטודענטן פון איין שולע, איז אראפגעגאנגען פון אויטאבוס ווען א פלייץ וואס די אומגעווענליך-שטארקע רעגנס האבן אנגעברענגט האט פארשוועמט 22 פון זיי.

די לעצטע באריכטן פון היינט דאנערשטאג מיטאג רעדן וועגן ניין קרבנות, ל"ע, און א צאל אנדערע וואס זענען שוין געטראפן געווארן דורך די רעטונגס-כוחות געפונען זיך אין קריטישן צושטאנד און ווערן באהאנדלט אין אן עמוירדזשענסי-שפיטאל וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפ'ן ארט.

ארץ ישראל איז אין די לעצטע צוויי טעג באפאלן געווארן פון ווילדע רעגן-שטורעמס -- א זעלטענע זאך אין לאנד דורכאויס דעם זומער-סעזאן -- וואס האבן געפירט צו ערנסטע פארפלייצונגען.

דער ים המלח ראיאן, וואס געפינט זיך גאר נידעריג אין טאל, האט געליטן פון באזונדערע שטארקע פארשוועמונגען, וואס איז געקומען פונעם וואסער וואס איז געקומען צו שטראמען פון די בערג ארום.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל