פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדרוקט זיין ווילן אז אמעריקע זאל שוין ארויסציען אירע טרופן פון סיריע, אבער עווענטועל האט ער מסכים געווען צו די ביטעס פון די אמעריקאנער קאמאנדירן, וועלכע האבן זיך געבעטן אז מ'זאל נאך דערווייל דארט לאזן די טרופן. די קאמאנדירן זענען באזארגט אז א שנעלער ארויסצי פון סיריע, וועט ברענגען אז אייסיס זאל זיך צוריק אויפוועקן, און די פארשריט וואס מ'האט געמאכט קעגן זיי, זאל בטל ווערן. טראמפ האט אבער געזאגט אז ער איז נאר מסכים צו לאזן די טרופן פאר נאך א קורצע צייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל