שוין צוויי וואכן וואס עס קאכט זיך מיט אומרוען ביי דער גרעניץ צווישן עזה און מדינת ישראל, וואו צענדליגער טויזנטער פאלעסטינער האבן זיך פארזאמלט אלס טייל פון א זעקס וואכיגן קאמפיין, צו פארלאנגען מער רעכטן און מער טעריטאריע פאר די פאלעסטינער. די ערשטע פראטעסטן זענען געווען פארלאפענעם ערב פסח פרייטאג, און די צווייטע רונדע איז געווען פרייטאג שביעי של פסח, און אינאיינעם פון ביידע פרייטאגס, זענען ארום דרייסיג פאלעסטינער אומגעברענגט געווארן דורך איזראעלישע גרעניץ קרעפטן. די אינטערנאציאנאלע געמיינדע האט פארדאמט מדינת ישראל, אבער אמעריקע האט בלאקירט יו-ען רעזאלוציעס צו פארדאמען מדינת ישראל.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל