די רעגירונג פונעם אינדיער פרעמיער מיניסטער נעראנדע מאדי האט נעכטן אפגעצייכנט אן היסטאריע דערגרייכונג מיט׳ן פארפולן א קאמפיין צוזאג פונעם פרעמיער מיניסטער צו פארבינדען אלע אינדיער שטעטלעך און דערפער צו עלעקטעריציטעט.

א ווארזאגער פאר די רעגירונג האט געזאגט אז פון נעכטן זענען אלע 597,464 דערפער אין אינדיע פארבינדן צו עלעקטעריק. נאכדעם וואס בעפאר די ערוויילונג פונעם פרעמיער מיניסטער זענען איבער 18 טויזנט דערפער נאכנישט געווען פארבינדן צו קיין עלעקטעריק.

אינדיע איז די דריט גרעסטע עקענאמיע אין די וועלט אבער פילע טיילן פון אינדיע זענען נאך גאר צוריקגעבליבן און א גרויס טייל פונעם אינדיער פאלק לעבט אין שוידערליכע ארימקייט. און פילע ראיאנען איז נישטא קיין געהעריגע מאדערנע איינריכטונגען אזוי ווי עלעקטעריציטעט און וואסער סיסטעמען.

פרעמיער מיניסטער מאדי האט געווינען די וואלן אויף א פלאטפארמע וועלכע האט צוגעזאגט צו מארשירן די אינדיער עקאנאמיע פאראויס און מאדעריזירן דאס לאנד, אינדיע האט טאקע געזען א שטארקע עקאנאמישע אויפוואכונג זינט ער איז אריין אין אמט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל