א ריי מיליטערישע באזעס אין סיריע, וועלכע דינען די פרא-איראנער שיאטישע מיליציעס נעבן די שטאט האמא און אלעפא, זענען נעכטן געקומען אונטער א מאסיווע אטאקע.

א בריטישע אבזערוואציע גרופע זאגט אז אין די אטאקע איז פארניכטעט געווארן איבער 400 מיסילס, און אמווייניגסטנס 26 מיליטאנטן זענען אומקגעקומען, מיינסטנס איראנער מיליטערלייט. און האט צוגעלייגט אז די צאל אומגעקומען איז מעגליך העכער און קען אנקומען צו איבער 60.

לויט לאקאלע באריכטן האבן די אויפרייסן זיך געשפירט ווי א ערד-ציטערניש פון 2 אויפ׳ן ריכטער וואג פאר צענדליגער מיילן ארום און די מאסיווע פייער אויפרייס האט אויפגעשיינט די נאכט אין די גאנצע אומגעגנט.

קיינער האט נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט פאר דעם אויפרייס, אבער ווי עס שיינט האנדלט זיך עס פון א מדינת ישראל אטאקע, דערווייל האט מדינת ישראל נישט באשטעטיגט די באריכטן אבער דער פרעמיער מיניסטער געזאגט אז ער וועט מאכן סטעיטמענט היינט ביינאכט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל