א מיניסטער פון דער פירנדע פארטיי אין דער רומענישער רעגירונג האט געמאלדן, אז דער באשלוס איז דארט געמאכט געווארן אריבערצופירן איר אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים.

"די החלטה איז געמאכט געווארן … דער פראצעדור האט זיך שוין אנגעהויבן," האט דער מיניסטער דערלערט פאר דער ארטיגער מידיא, אנווייזנדיג אז די רעגירונג האט שוין אנגעהויבן מיט די צוגרייטונגען אריבערצופירן איר אמבאסאדע.

דער רומענישער פרעזידענט האט קריטיקירט דעם באשלוס, וואס ווערט געשטיצט דורכ'ן לאנד'ס פרעמיער מיניסטער, און גע'טענה'ט אז די רעגירונג האט זיך נישט דורכגערעדט מיט אים איידער'ן מעלדן וועגן דעם באשלוס.

אויב זאל רומעניע ווירקליך דאס אויספירן, וועט זי ווערן דאס דריטע לאנד צו נעמען דעם שריט, נאך דעם פאראייניגטע שטאטן און גואטאמאלא. פאר נאך עטליכע לענדער וועלכע האבן אויפגעברענגט אזא מעגליכקייט, אבער נאכנישט געמאכט דעם ענדגילטיגן באשלוס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל