נצחון פאר בית חב"ד אין טאָמס ריווער ניו דזשערסי

דורך יונה כהן

אגודת ישראל אפּלאדירט דעם החלטה פון ריכטער פרעדא ל. וואלפסאן, וואס זאגט אז די 'טאמס ריווער בּאָרד אף אדזשאסטמענט' האט פארשוועכט מערערע פעדעראלע געזעצן, און אויך דער קאנסטיטוציע פון אמעריקע, ווען זיי האבן פארבּאטן דעם ארטיגען חב"ד צענטער צו אנגייען מיט זייער פעולות אהן א ריזאָנינג וואַריענס רשות.

הער אויס אינטערוויא, ביי די ענדע פון די ארטיקל


בילד


אין איר אורטייל, האט דזשאָדש וואלפסאן געשריבן אז עס איז געווען אומגעזעצליך פאר טאמס ריווער צו פארלאנגען פון הרב גורארי, אז ער דארף האבען א זאנינג טויש כדי מעגן פירן וועכענטליכע תפילות מיט א קליינע צאל מתפללים אין זיין אייגענע היים. די סארט אקטיוויטעטן, האט זי געשריבן, זענען באשוצט אונטער די (Religious Land Use and Institutionalized Persons Act) 'רעליגעזע לאנד באניצונג געזעץ', די 'פעיר האוזינג געזעץ' און אויך די ערשטע און פערצענטע אמענדמענט פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע. די ריכטער האט אויך באפוילן אז טאמס ריווער מוז באצאלן הרב גורארי $122,500, צו דעקן זיין שאדן און לעגאלע הוצאות וואס טאמס ריווער האט אים און פאר בית חב"ד גורם געווען.

הרב מרדכי בּייזער, ספעציעלע לויער פאר אגודת ישראל אין אמעריקע, האט געזאגט אז דער ארטייל האט אהערגעשטעלט א וויכטיגע וועג-ווייז פאר אנדערע קאמיוניטיס דארט ווי מערערע שולן און מוסדות ווערן אנגעפירט אין רעזידענשל געגענטן.

עס צייגט אויס, אז עס זענען פארהאן שיצונגען אין דעם פעדעראלע געזעץ און אין דער קאנסטיטוציע, פאר די סארט אנשטאלטן צו קענען אנגיין ווייטער, אָהן צו דארפן א ספעציעלע ענדערונג אין זאנינג בכלל.

הרב אביגדור שנאַלל, דירעקטור פון אגודת ישראל פון אמערקע אין ניו-דזשערסי, האט פראקלאמירט אז דער פסק איז א נצחון פאר רעליגעזע רעכטן, און האט דערביי אנגעמערקט, אז שוין איבער צען יאר וואס דער חב"ד צענטער האט אנגעפירט מיט איר עבודת הקודש שטילערהייט, אהן קיין שום התנגדות פון די שכנים, ביז ווען געוויסע העצער האבען אנגעהויבן פירן א מערכה צו פארמאכן דעם מוסד.

"דער אנטוויקלונג איז נאך א באווייז אז שנאה וועט נישט מצליח זיין", האט הרב שנאלל געזאגט. "מיר האפן אז דער ארטייל פונעם קאורט וועט אי"ה דינען אלס א דערמאנונג פאר אלע אנדערע שטעט, אז מען קען נישט טרעטן אויף רעליגעזע רעכטן אין אמעריקע."



1 תגובות

  1. צו מעג די רעבעצן'ס שול אין קרית יואל זיך צוריק עפענען לויט דעם נייעם פסק?

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל