דער פרעזידענט פון דער 'פאלעסטינער אויטאריטעט' האט דערקלערט, אז ער וועט נישט אננעמען קיין שום שלום אפמאך פון דער אמעריקאנער רעגירונג, אפגעזען פון די פרטים.

"מיר וועלן פון זיי גארנישט אננעמען," האט אבאס דערקלערט אין א רעדע ביי א קאנפערענץ וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין ראמאלא.

אבאס האט די דעקלאראציע געמאכט אין דער זעלבער צייט וואס די פרעסע באריכטעט אז פרעזידענט טראמפ האלט אינמיטן פארענדיגן זיין שלום פלאן צווישן מדינת ישראל און די אראבערס.

דורכאויס דער זעלבער רעדע, האט אבאס קריטיקירט מדינת ישראל פאר'ן "צילן פרידליכע פראטעסטירערס אין עזה," זיך באציענדיג צו די ראיאטן וואס כאמאס האט פאררופן ביי דער גרעניץ פון עזה און מדינת ישראל, דורכאויס וועלכע א צאל אראבישע טעראריסטן איז אומגעקומען.

בילד 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל