מער ווי א פינפטל פונעם יונגערן דור אין די פאראייניגטע שטאטן האט קיינמאל נאכנישט געהערט וועגן דעם חורבן, ווייזן די רעזולטאטן פון אן אויספרעג.

אפילו די וואס ווייסן יא צו זאגן וועגן דעם האלאקאוסט, קענען נישט קיין סך פרטים דערוועגן און אזויפיל ווי 41 פראצענט האבן נישט געוואוסט וואס אוישוויץ איז.

דער זעלבער אויספרעג ווייזט, אז אבער העלפט פון דער באפעלקערונג, 58 פראצענט, אז א חורבן אויפ'ן פארנעם ווי דעם האלאקאוסט קען זיך איבערשפילן אין דער צוקונפט.

א מערהייט אמעריקאנער האלטן אויך אז שנאת ישראל איז נאך היינט זייער פארשפרייט, אפילו אין די פאראייניגטע שטאטן.

בילד 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל