דער אויסערן מיניסטער פון רוסלאנד סערגעי לעווראוו האט נעכטן געזאגט אז פרעזידענט טראמפ האט אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט עטליכע וואכן צוריק איינגעלאדענט פוטין צו קומען באזוכן אין ווייסן הויז זאגנדיג אז עס וועט אים זיין אן עהער צו אויפנעמען פוטין אין ווייסן הויז, און וועט אויך צוריקצאל א באזוך צום קרעמעלין. דער אויסערן מיניסטער האט געזאגט אז די קרעמעלין גרייט זיך אויף א פארמאלע איינלאדענונג פון ווייסן הויז און זיי האפן אז דער באזוך וועט צושטאנד קומען, דער אויסערן מיניסטער האט געמאכט די באמערקונגען אין אן אינטערוויו ווי ער האט זיך באצויגן צו די באציאונגען מיט אמעריקע, ער האט אויך געזאגט אז רוסלאנד האט געשטעלט פאר אמעריקע ״רויטע ליניעס״ פאר די אטאקע אין סיריע, און אז אמעריקע האט זיך געהאלטן דערצו און נישט איבערגעריסן דעם שטריקל מיט רוסלאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל