סיריער אויטאריטעטן האבן אפגעשיקט קיין רוסלאנד צוויי אמעריקאנער טאמהאק קרוז מיסיל וועלכע האבן נישט אויפגעריסן אין די אטאקע פאריגע וואך, די סיריער מיליטער האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז די מיסילס זענען אפגעשיקט געווארן מיט א פליגער קיין רוסלאנד ווי די רוסישע מיליטערישע עקספערטן וועלן צום ערשטן מאל פארמאגן דעם פארגעשריטענעם מיסיל צו שטודירן פון די נאנט און מעגליך ארויסנעמען דערפון מיליטערישע טעכנאלאגיעס. לויט די רוסישער מיליטערישע באריכטן האבן ביי די אטאקע בלויז עטליכע אין צוואנציג פון די 103 מיסילס געטראפן אין ציל, און 73 זענען אראפגעשאסן געווארן דורך די רוסישע מיסיל שוץ פראגראם וואס זיי האבן צוגעשטעלט פאר סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל