אין די לעצטע וואכן קומט פאר א שטורעם אין אמעריקע איבער די סאציאלע מידיע נעץ ״פעיסבוק״ נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז א פירמע וואס האט געארבעט פאר די טראמפ קאמפיין האט געזאמלט פריוואטע אינפארמאציע פון פעיסבוק באנוצער און באזירט אויף דעם זייער געצילט קאמפיין מאטריאל.

די פירמע ״קעמברידש אנאליטיקע״ האט לויט באריכטן געזאמלט פריוואטע אינפארמאציע פון ארום 87 מיליאן פעיסבוק באנוצער און ארום 71 מיליאן דערפון אמעריקאנער, דאס רעכנט אריין ארום א דריטל אמעריקאנער וויילער וועלכע זענען דירעקט געצילט געווארן מיט עדס באזירט אויף אינפארמאציע וועלכע האט געזאלט זיין פריוואט.

זאקערבערג איז היינט אנגעקומען צום קעפיטל היל פאר א דריי טאגיקע מיסיע צו קאנפערירן מיט געזעץ געבער איבער וויאזוי צו פארריכטן די פראבלעמען פון סאציאלע מידיע וואס האט געדינט אלס א מיטל דורך רוסישע פראפאגאנדיסטן און פריוואטע פירמעס צו מאניפולירן דעם דעת הקהל דורך פיטערן פאלשע אינפארמאציע און פאבריצירטע געשיכטעס.

זאקערבערג האט שוין אין אן עפנטליכע סטעיטמענט אנערקענט די פאראנטווארטליכקייט פון זיין פירמע, און פארשפרעכן צו נעמען אגרעסיווע שריט צו פארמיידן אז אזעלכע סארט זאכן זאלן קענען פאסירן אין די צוקונפט. און וועט אצינד מעלדן פאר קאנגרעס א רייע קאנקרעטע שריט וואס די פירמע נעמט צו באשיצן די פריוואטע אינפארמאציע פון באנוצער.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל