דורכברוך בעולם הישיבות, ישיבת כוכבי אור מאנסי

יעצט אנהייב זמן, ווען פולע בחורים טרעפן זיך - צוליב געוויסע סיבות - אהן א ישיבה, איז מערקוועדיג אנצוצייגן אויף א געוויסע ישיבה, אדער - בעסער געזאגט - חבורה, וועלכע פירט זיך אויף גאר-אנדערע שינעס ווי די געהעריגע מעינסטריעם סיסטעם.

די ישיבה איז געגרינדעט געווארן אין ווינטער שנת תשע"ז, ווען עטליכע בחורים האבן זיך געטראפן אהן א ישיבה. די בחורים האבן זיך געדרייט אין ביהמ"ד ברסלב מאנסי, און זענען געווען גאר וואוילע בחורים, ווי איר קענט זיך נאכפרעגן ביי די מתפללי הביהמ"ד.

א חשובער אינגערמאן, הרב שמעון לעבאוויטש שליט"א, וועלכער פארמאגט א גאלדענעם הארץ, האט געזעהן די בחורים אינמיטן זמן אהן א ישיבה, האט ער צוזאמגענומען די בחורים, און געגרינדעט א חבורה, געבנדיג עס א נאמען כוכבי אור, כדי עס זאל זיך הערן מער אפיציעל.

אזוי איז אריבער א שטיק צייט, און ער האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די בחורים, ברענגענדיג זיי אינטערסאנטע שיעורים פון באקאנטע פיגורן, א שטייגער ווי יונתן יאזשעף און בערי וועבער. די בחורים האבן זייער הנאה געהאט.

ווען ר' שמעון לעבאוויטש האט אנגעהויבן ווערן אביסעלע פארנומען מיט זיינע עניני הפצה פון תורת ברסלב, האט ער מער נישט געקענט זיין א גאנצן טאג אין ישיבה, דעריבער האט ער געבעטן דעם מגיד שיעור ר' שמואל בער וועבער נ"י, אז ער זאל איבערנעמען די ישיבה. בערי האט עס איבערגענומען, און עס גענומען צו א העכערע שטאפל. ער האט אריבערגעפירט די ישיבה צו א מער רחבות'דיגן פלאץ, ער האט אויסגענוצט זיינע קאנטאקטן בעולם הנגינה צום גוטן, אריבערברענגנדיג יעדן זונטאג ריזיגע שטערנס אין עולם הנגינה, און ווי אויך האט ער געברענגט גרויסע מוצלחים אין מסחר וועלכע לערנען אויס די בחורים וויאזוי זיך צו באגיין אין האנדל-וואנדל.

די בחורים זענען יונק תורה וחסידות אויף א הויכן פארנעם, און בערי האלט אן א נאנטן קשר מיט די בחורים, און מאכט זיכער אז זיי זענען מצליח.

אינטערסאנט, אז אזא פארנומענער און פאפולערער פערזענליכקייט ווי בערי וועבער האלט אן אזא קשר מיט בחורים, א זאך וואס אפילו סתם מענטשן וואלטן נישט געקענט אויספירן. דעריבער קענען מיר אים נאר וואונטשן עלה והצלח, און אז ער זאל האבן אלעס גוטס אין דעם זכות.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל