דער פרילינג זעט זיך ענדליך אן אויפ'ן האריזאנט, אבער די שווערע וועטערס זענען, ווי עס שיינט, נאכנישט גרייט אונז איבערצולאזן. וועטער עקספערטן זאגן פאר שווערע רעגנס אויפ'ן קומענדיגן מאנטאג, וואס וועלן מעגליך אנברענגען שווערע פארפלייצונגען איבער דער שטאט.

לויט די יעצטיגע פאראויסשאצונגען, וועלן אלע פינף באראוס פון ניו יארק סיטי באטראפן ווערן פון דעם שלאקס רעגן, וואס וועלן ווי עס זעט יעצט אויס איבערלאזן געוויסע געגנטן מיט טייכלעך און שטראמען איבער די גאסן.

די ווילדע רעגנס וועלן אבער נאכגעפאלגט ווערן מיט עטליכע ווארעמע, זוניגע טעג, וואס וועלן ווארשיינליך שנעל אויסטרוקענען די אנגעזאמעלטע וואסערן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל