א גיגאנטישער פראיעקט מיט 1,165 אפארדעיבל דירות ווערט געפלאנט אויפגעבויט צו ווערן אין דער איסט ניו יארק געגנט פון ברוקלין.

דער פראיעקט, וואס וועט באשטיין פון דריי 14-שטאקיגע געביידעס, וועט אויפגעבויט ווערן אויף אטלאנטיק עוועניו און טשעסטנאט סטריט.

אלעס אינאיינעם וועלן די בנינים, וואס וועלן פארדינגען ווערן, פארמאגן איבער א מיליאן סקווער פיס.

דער ערשטער פון די דריי געביידעס איז געפלאנט פארענדיגט צו ווערן אויפ'ן קומענדיגן 20'.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל