סאודי אראביע – די לענדער וועלכע זענען אנגעשלאסן אין דער אינטערנאציאנאלער "אפעק" ארגאניזאציע, וואס נעמט אריין פילע לענדער וואס פראדוצירן אויל, זענען ווידעראמאל געקומען אונטער קריטיק פאר'ן מאניפולירן די מארקעט און זיכער מאכן אז זייערע פראפיטן בלייבן הויך. די קריטיק דאסמאל איז געקומען פונעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, וועלכער האט געשריבן א מעסעדזש, "זעט אויס ווי אפעק איז ווידעראמאל ביים שפיל. מיט רעקארד הויכע סומעס אויל איבעראל, זענען אויל פרייזן געפעלשעוועט הויך! נישט גוט און מיר וועלן עס נישט אקצעפטירן!" עטליכע אפעק פארשטייער האבן געלייקנט טראמפ'ס באשולדיגונג, און די ארגאניזאציע איז ערווארטעט זיך צו טרעפן זומער, צו באשליסן צי זיי זאלן אנהאלטן די צוימונגען אויף אויל פראדוקציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל