סעאל – פרייטאג האבן צפון קארעא און דרום קארעא אפיציעל אינסטאלירט די סאמע ערשטע האטליין, וועלכע פארבינדט דעם דרום קארעא פרעזידענט מון זשאי-אין, דירעקט מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג אן. דרום קארעא'ס פרעזידענטליכע אפיס האט געמאלדן, אז זיי האבן פרייטאג דורכגעפירט א טעסט אויפן האטליין, און עס איז אריבער מיט סוקסעס. מען קען ערווארטן, אז אין די קומענדיגע געציילטע טעג וועלן די צוויי פירער רעדן טעלעפאניש, אין בעפארברייטונג צו זייער סאמיט וואס וועט אפגעהאלטן ווערן די וואך פרייטאג אינעם "שלום ווילעדזש," וואס טיילט אפ צווישן די צוויי לענדער. "דער טעסט רוף האט אנגעהאלטן 4 מינוט און 19 סעקונדעס, און ס'איז געווען זייער קלאר, ממש ווי צוויי שכנים איינער נעבן צווייטן" – האט זיך געלייענט א סטעיטמענט פון דרום קארעא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל