20 יאר טורמע פאר פאריזער טעראריסט
בעלגיע – א געריכט אין בעלגיע האט פאראורטיילט - ווי שוין נעכטן באריכטעט - צו צוואנציג יאר טורמע דעם מייסטערקאפ פון די פאריזער יאר–2015 טעראר אטאקעס, אויף קלאגעס אז ער האט פרובירט אומצוברענגען פאליציי אפיצירן ביי א שיסעריי אויסטויש אין בריסל אין יאר 2016.

די רעדע איז פון סאלא אבדעסאלאם (Salah Abdeslam), וועלכער האט געהאלפן פלאנירן די סעריע טעראר אטאקעס אין פאריז אין נאוועמבער יאר 2015, ביי וועלכע 130 זענען אומגעקומען. אבדעסאלאם איז ארעסטירט געווארן 4 מאנאטן שפעטער אין בריסל, און האט בעפאר זיין ארעסט געשאסן אין ריכטונג פון די פאליציי. ער איז אויסגעליפערט געווארן קיין פראנקרייך, וואו ער ווארט א פראצעס פאר די יאר 2015 אטאקעס, און דער יעצטיגער אורטייל אין בעלגיע איז בלויז פאר'ן שיסן אויף די פאליציי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל