דער איינציגער געבליבענער טיילנעמער אין עטליכע מאסן-רציחות אין פראנקרייך און בעלגיע אין 15' און 16' איז פאראורטיילט געווארן דורך א בעלגישן געריכט צו צוואנציג יאר תפיסה.

סאלאך אבדעלסאם איז פאר'משפט געווארן פאר דער ראלע וואס ער האט געשפילט אין א סעריע קאארדינירטע טעראר-אטאקעס אין א פראנצויזישן קאנצערט-זאל, סטאדיום, רעסטאראן, און ווערצהייזער, וואס האבן איבערגעלאזט 130 טויטע און הונדערטער פארוואונדעטע.

די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך אן אייסיס-גרופע פון בעלגיע, וועלכע האט דורכגעפירט נאך אן אטאקע אויף דעם בעלגישן לופטפעלד אין 06', אין וועלכער דרייסיג מענטשן זענען אומגעקומען.

אבדעלסאם איז ארעסטירט געווארן אין בריסל, הויפטשטאט פון בעלגיע, אין א שיסעריי-אויסטויש צווישן דער בעלגישער פאליציי און א צאל טעראריסטן דורכאויס אן איבערפאל אויף זייער הויז. פיר פאליציאנטן זענען פארוואונדעט געווארן און רוב אנוועזנדע טעראריסטן זענען דערשאסן געווארן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל