דער רוסישער אויסערן מיניסטער, סערגעי לאווראוו, האט אפגעלייקנט א באריכט אז רוסלאנד האט געפאסט דעם באשלוס אויסצושטאטן דאס סירישע מיליטער מיט א סאפיסטיקירטן אנטי-מיסיל סיסטעם, וואס זאל באשיצן דאס לאנד קעגן אטאקעס פון אמעריקע און מדינת ישראל.

לאווראוו'ס סטעיטמענט איז געקומען נאך א פריערדיגער דעקלאראציע פון א הויכראנגיגן רוסישן רעגירונגס באאמטן, וועלכער האט געזאגט אז רוסלאנד האט באשלאסן "בקרוב" אפצוליפערן אזא סיסטעם קיין סיריע, און האט דערביי געווארנט אז מדינת ישראל וועט "ליידן קאטאסטראפאלע קאנסעקווענצן" אויב זי וועט אטאקירן דעם סיסטעם.

לאווראוו האט אבער אפגעלייקנט דעם באריכט און געזאגט, אז טראץ דעם וואס רוסלאנד האט געווארנט די פאראייניגטע שטאטן און אייראפע קעגן אטאקעס אין סיריע, האט פרעזידענט פוטין נאכנישט געפאסט קיין באשלוס בנוגע צושטעלן דעם אנטי-מיסיל סיסטעם פאר'ן אסאד-רעזשים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל