דער סאודי אראבישער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמען האט אין אן אינטערוויו מיט אמעריקאנער טעלעוויזיע נעצן קלאר געמאכט אז זיין לאנד איז אנטשלאסן זיך צו איינהאנדלן נוקלעארע טעכנאלאגיע אויב וועט איראן פארמאגן נוקלעארע וואפן.

ער האט געזאגט אז זיין לאנד איז נישט אינטערעסירט צו זיך אנשליסן אין א געיעג פאר נוקלעארע וואפן, אבער אויב איראן באזיצט אן אטאם באמבע וועלן זיי טון אלעס אין די וועלט זיך צו אויך איינהאנדלן נוקלעארע מעגליכקייטן.

אינעם אינטערוויו האט ער פארגליכן דעם אייאטאלע כאמינאי צום דייטשן פירער היטלער ימ״ש זאגנדיג אז ער איז א מאסן מערדער און אויב ער פארמאגט נוקלעארע וואפן איז די גאנצע וועלט אין א געפאר.

סאודי אראביע האלט אין די טעג ביים שליסן א מולטי ביליאן דאלערדיגע אפמאך מיט אמעריקאנער ענערגיע פירמעס איר צו אויפבויען א נוקלעארע רעאקטאר אבער זי זאגט אז דאס וועט גענוצט ווערן בלויז פאר פרידליכע צוועקן צו פראדוצירן עלעקטעריציטעט און פארש ארבייט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל