היינט ווערט אפגעצייכנט פונקט 7 יאר פון ווען עס האט אויסגעבראכן די בלוטיג קריג אין סיריע וואס האט שוין געקאסט איבער א האלב מיליאן לעבנס, און ווי עס שיינט פארמאגט די אסאד רעזשים א קלארע אויבערהאנט, און עס האט זיך טאקע היינט דערקענט מיט דעם וואס צענדליגע טויזנטער בירגער וועלכע זענען לויאל צו די רעבעלן טוען אויסוואנדערען פון די געגענטער ראטע און דומא ארום דמשק וואס איז גענצליך ארומגערינגלט פון אסאד קרעפטן.

אין די זעלבע צייט האט די אסאד רעזשים אנגעהויבן אריינלאזן הומאניטארישע הילף פאר די געשטראנדעטע פארבליבענע בירגער וועלכע ווערן געשאצט ביי ארום 390,000, היינט אליין זענען אריינגעפארן קיין דומא ארום 25 טראקס אנגעלאדנט מיט שפייז און מעדיצינען פון די רויט קרייץ און אנדערע הילפס גרופעס. אבער זיי זאגן אז דאס איז בלויז א שפיי אין ים קען וואס עס פאדערט זיך דארט.

די אסאד רעזשים האט געעפנט א קארידאר דורך וועלכע זיי לאזן געשטראנדעטע בירגער אויסוואנדערן, און דערווייל האבן די מערהייט באשלאסן צו פארבלייבן דארט טראץ די אנגייענדע באבאדרירונגען. די אסאד רעזשים זאגט אז זי האט באקומען באריכטן אז רעבעלן גרופעס טוען דערשיסן צום טויט די וועלכע פרובירן זיך צו אונעטרגעבן און אנטלויפן.

די קריג האט דערווייל איבערגעלאזט ארום א האלב מיליאן טויטע, איבער א אנדערטהאלבן מיליאן שווער פארוואונדעטע, און נאך ארום 11 מיליאן וועלכע האבן פארלוירן זייערע היימען און האלטן זיך אויף אין פליטים לאגערן אדער האבן אימיגרירט צו אנדערע לענדער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל