וואשינגטאן – רעפובליקאנער סענאטאר טעד קאוקרען פון מיסיסיפי, וועלכער דינט אלס טשעירמאן פון דער וויכטיגער סענאט אפראפריעישאנס קאמיטע, האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן אום אפריל 1, צוליב ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען. סענאטאר קאוקרען איז איינער פון די לענגסט-דינענדע סענאטארן אין וואשינגטאן, ווערנדיג צום ערשטן מאל ערוועלט צום סענאט אין יאר 978', און אין א סטעיטמענט האבן זיינע געהילפן ארויסגעהויבן אז ווען ער האט געוואונען דעם סענאט זיץ אין 978', איז ער געווען דער ערשטער רעפובליקאנער אין כמעט 100 יאר, וועלכער האט באוויזן צו געוואונען א סטעיט פארמעסט אין מיסיסיפי. קאוקרען'ס רעזיגנאציע שטעלט אהער א "ספעציעלע עלעקשאן" פאר קומענדיגן נאוועמבער 6, אבער עס איז נישט ערווארטעט אז די דעמאקראטן זאלן האבן א שאנס אין אזא רויטע רעפובליקאנער סטעיט צו געווינען א סענאט זיץ.
הוסף רשומת תגובה