וואשינגטאן – נעכטן איז באריכטעט געווארן א מעגליכע פרישע אויפדעקונג איבער קלינטאן קארופציע, און פאטענציעל קארופציע אינערהאלב דער עף-בי-איי'ס אויספארשונג אויפ'ן טראמפ קאמפיין. ווי שוין באקאנט עטליכע מאנאטן, האט די עף-בי-איי אנגעהויבן די גאנצע אויספארשונג אויפ'ן טראמפ קאמפיין זומער 16', נאכ'ן באקומען א ווארענונג פונעם אויסטראלישן דיפלאמאט אלעקסאנדער דאונער, אז דער טראמפ קאמפיין ראטגעבער דזשארדזש פאפאדאפולוס האט זיך פאררעדט פאר אים און אים דערציילט אז רוסן העלפן ארויס טראמפ. למעשה שטעלט זיך יעצט ארויס, אז דאונער האט אין די 00' יארן געהאלפן זאמלען 25 מיליאן דאלאר פון רייכע אויסטראלישע פיגורן, צו שענקען פאר'ן "קלינטאן פאונדעישאן", אז זיי זאלן קענען באקעמפן שווערע קרענק אין אפריקע. איז מעגליך אז דאונער איז געווען אזוי פארקויפט פאר קלינטאן, און האט ליגנט געזאגט פאר די עף-בי-איי, מיט'ן בלויזן ציל אז די עף-בי-איי זאל עפענען אן אויספארשונג אויף טראמפ? אנאליסטן זאגן אז ס'איז דא דערין א קליינער שאנס.
הוסף רשומת תגובה