כינע האט גאר שארף רעאגירט צו די נעכטיגע נייעס אז אמעריקע וועט ארויפלייגן שטייערן אויף ארום 60 ביליאן דאלער ווערט פון כינעזער אימפארט, און אזוי אויך באגרניצן כינעזער אינוועסטירונג אין אמעריקאנער טעכנאלאגיע און קאמיוניקאציע פירמעס. די ווארטזאגער פאר די רעגירונג האט עס אנגערופן ״אומפאראנטווארטליך און אראגאנט״ און פארשפראכן שארפע שריט.

אלס אן ערשטע קאנטער-שריט האט כינע געזאגט אז זי וועט לייגן שטייערן אויף ארום 3 ביליאן דאלער אין אמעריקאנער אימפארט, הויפטזעכליך פלייש און גרינצייג וועלכע קומען פון די דרום שטאטן. און אזוי אויך וועט זי אריינגעבן פארמאלע קלאגעס קעגן אמעריקע צו די אינטערנאציאנאלע האנדלס ארגאניזאציע.

דער פרעזידענט האט גענומען די שריט נאכדעם וואס כינע האט געלייגט דרוק אויף אמעריקאנער פירמעס וואס מאכן געשעפטן אין כינע צו ארויסגעבן פאר די רעגירונג ביזנעס סודות. טראמפ האט געגעבן 15 טאג פאר זיין האנדלס קאמיסאר צו באשליסן וויפיל שטייערן צו ארויפלייגן און וויאזוי דאס זאל אינפארסירט ווערן.

די שריט האט שטארק עפעקטירט די סטאק מארקעט און סיי די אמעריקאנער און סיי די אזיער מארקעטס האבן געזען א שארפע טראסק, די שארפסטע וואס מען האט געזען אין זעקס וואכן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל