די אמעריקאנער פארטיידיגונגס דעפארטמענט האט באקומען די גרינע ליכט פונעם סטעיט דעפארטמענט צו ווייטער גיין מיט א מאסיווע וואפן פארקויף פאר סאודי אראביע, די פארקויף נעמט אריין 670 מיליאן דאלער אין אנטי-טאנק מיסילס, 160 מיליאן דאלער אין העליקאפטערס, און נאך 360 מיליאן פאר אנדערע מיליטערישע געצייג.

די פארקויף איז א טייל פון די מולטי ביליאן דאלערדיגע אפמאכן וועלכע זענען געשלאסן געווארן צווישן אמעריקע און סאודי אראביע ווען פרעזידענט טראמפ האט דארט אפגעשטאט אויף א באזוך. די באשטעטיגונג קומט אין די צייט וואס דער מאכטפולער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמען געפונט זיך אויף א באזוך אין וואשינגטאן.  אין די לעצטע יארן איז סאודי אראביע איז די גרעסטע איינקויפער פון אמעריקאנער פראדוצירטע וואפן, און די יעצטיגע אפמאך איז די לעצטע אין א רייע פון מולטי ביליאן דאלערדיגע וואפן פארקויפן אין די לעצטע יארן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל