וואשינגטאן – אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט ארויסגעווארפן דעם געוועזענעם עף-בי-איי דעפיוטי דירעקטאר ענדרו מעקעיב פון די עף-בי-איי. מעקעיב האט שוין אפגעטרעטן פון זיין פאזיציע אלס דעפיוטי דירעקטאר אפאר חדשים צוריק, נאר ער איז געבליבן איינגעשטעלט אין די עף בי איי, ביז זיין געסקעדזשועלטע רעטייערמענט. למעשה האט אים סעשאנס ארויסגעווארפן פונקט צוויי טעג בעפאר זיין רעטייערמענט דאטום, ווייל ער האט ליגנט געזאגט פאר אן אינערליכע עף-בי-איי אויספארשונג, און יעצט וועט מעקעיב נישט קענען באקומען קיין רעטייערמענט און פענסיע געלטער. דעמאקראטן באשולדיגן אז טראמפ האט ארויסגעווארפן מעקעיב, אלס נקמה איבער דעם וואס מעקעיב האט געהאלפן עפענען די אויספארשונג אויפ'ן טראמפ קאמפיין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל