וואשינגטאן – די לויערס פון פרעזידענט טראמפ האבן נעכטן אונטערגענומען א נייעם קאמפיין, צו לייגן דרוק אויפ'ן יוסטיץ דעפארטמענט אז זיי זאלן שוין אפשטעלן די אנגייענדיגע אויספארשונג אויפ'ן טראמפ קאמפיין. טראמפ אליינס האט אויך קאמענטירט אויף טוויטער, אז ס'איז צייט אפצושטעלן די אויספארשונג, וועלכע האט זיך בכלל אנגעהויבן מיט אנטי-טראמפ פאליטישע מאטיוון אינערהאלב די עף-בי-איי. אין אנדערע נייעס ארום דער אנגייענדיגער טראמפ אויספארשונג, האט מען געהערט אז דער נארוואס-ארויסגעווארפענער געוועזענער עף-בי-איי דעיפוטי דירעקטאר ענדרו מעקעיב, האט געהאט אפגעשריבן נאטיצן פון זיינע געשפרעכן מיט טראמפ, און מעקעיב האט שוין געגעבן די נאטיצן פאר ראבערט מוללער, דער פירער פון דער טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל