טאקיא – דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער, שינזא אבעי, שטייט אויס ערנסטע קריטיק, נאכדעם ווי ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז דער יאפאנעזער פינאנץ מיניסטעריום האט פאלסיפיצירט דאקומענטן איבער א פראפערטי פארקויף און אבעי'ס פרוי. דער סקאנדאל איז שוין אפירגעקומען מיט עטליכע מאנאטן צוריק, נאכדעם וואס א סקול פירער מיט פארבינדונגען מיט אבעי'ס פרוי, האט אפגעקויפט א פראפערטי פאר גאר ביליג, און עס איז גלייך פארדעכטיגט געווארן אז אבעי האט גענוצט זיין פאזיציע אלס פרעמיער מיניסטער, צו לייגן דרוק אויפ'ן פינאנץ מיניסטעריום צו באשטעטיגן דעם פארקויף פאר גאר ביליג. אבעי האט זיך נעכטן אנטשולדיגט איבער דעם וואס דער פינאנץ מיניסטעריום האט ארומגעטוישט און פאלסיפיצירט דאקומענטן ארום דעם פארקויף, און האט געבעטן אז דער מיניסטעריום זאל ארויסגעבן אלע אריגינעלע דאקומענטן.
הוסף רשומת תגובה