פיאנגיענג – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט, אז זינט פרעזידענט טראמפ האט פארגאנגענעם דאנערשטאג אקצעפטירט דעם אנבאט פון צפון קארעא'ס דיקטאטור קים יאנג אן, זיך אראפצוזעצן מיט אים פאר א היסטארישער זיצונג, האט די אמעריקאנער רעגירונג דערווייל גארנישט געהערט פון צפון קארעא. די שטילקייט האט געברענגט שפעקולאציעס, אז צפון קארעא האט סתם געטריבן שפאס פון אמעריקע און פון פרעזידענט טראמפ מיט'ן שיקן די איינלאדענונג, און יעצט זענען זיי שטיל, ווייל זיי ווילן נאכמער אנציען די געמיטער. למעשה האט די ווייסע הויז ווארטזאגערין סערע סענדערס געזאגט נעכטן, אז טראץ די שטילקייט, דערווארט די טראמפ אדמיניסטראציע אז דער צוזאמטרעף וועט פארקומען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל