די ניגערישע רעגירונג האט געמאלדן אז רוב פון די 110 מיידלעך וואס זענען פארכאפט געווארן דורך דער איסלאמישער 'באָוקאָו האַראַם' גרופע זענען באפרייט געווארן, נאך דעם וואס די רעגירונג האט פארשפראכן נישט צו פרובירן ארעסטירן אדער אומברענגען די פארכאפערס.

די גרופע, וואס האט אין דער פארגאנגענהייט שוין דורכגעפירט א צאל אזעלכע פארכאפונגען, האט פארלאנגט אויסלייז-געלט כדי פרייצולאזן די קינדער, אבער די רעגירונג האט אנטזאגט דעם פארלאנג.

פינף פון די פארכאפטע קינדער זענען געשטארבן אין די הענט פון די פארכאפטער, און איין קינד, פון א קריסטליכער משפחה, האבן די קידנעפערס אפגעזאגט ארויסצולאזן נאר אויב זי וועט אננעמען די מוסולמענישע רעליגיע.

טראץ דעם טענה פון דער ניגערישער רעגירונג, אז זי האט נישט געגעבן קיין געלט פאר די פארכאפערס, זענען אבער זאך-קענער ביי דער מיינונג אז דאס איז נישט אמת, און די גרופע האט יא באקומען עפעס אין אויסטויש פאר'ן פריילאזן די קינדער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל