אין א פארזוך צו צעשטערן די אפשטימונג איבער אויפגעבן טיילן פון איר גרעניץ מיט מאנטענעגראו, האט אן אפאזיציע פארטיי אויסגעשפריצט טרערן-גאז אינעם ארטיגן פארלאמענט.

דער סכסוך דרייט זיך ארום א געזעץ, אויפצוגעבן איר בעלות אויף דרייסיג מייל פון דער גרעניץ מיט דער שכינות'דיגער מאנטענעגראו, וואס פארלאנגט זיך פון קאסאווא כדי אנגעשלאסן צו ווערן אין דער וויזע-פרייער אי-יו פראגראם, וואס דערלויבט בירגער פון אי-יו מיטגלידערס צו פארן פון איין אייראפעאיש לאנד צום צווייטן אן דארפן באקומען א וויזע.

די אפאזיציע איז שארף אויסגעשפראכן קעגן דעם געזעץ, און האט פרובירט צו צעשטערן די אפשטימונג דורכ'ן פארגיפטן די לופט מיט טרערן-גאז.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל