אלבאני - ניו יארק גאווערנאר קאומאו זאגט אז ער איז באזארגט אז די רוסן אדער אנדערע לענדער, וועלן זוכן צו שטערן די קומענדיגע וואלן אין די סטעיט סוף יאר. קאומאו זאגט אז זיין שרעק קומט פון א באריכט אז די רוסן האבן פרובירט אריינצוהעקן אין די וואל סיסטעמען פון 21 סטעיטס בעפאר די 16׳ פרעזידענט וואלן. קאומאו וויל אז די סטעיט לעגיסלאטור זאל באשטעטיגן א געזעץ אז אלע אנליין פירמעס זאלן מוזן ארויסגעבן ווער עס קויפט קאמפיין רעקלאמעס, אזוי אז מ'זאל וויסן צי רוסלאנד קויפט רעקלאמעס צו באאיינפלוסן די וואלן.
הוסף רשומת תגובה