די סטאקס פון דער סאציאלער פלאטפמארמע 'טוויטער' זענען געפאלן מיט צוועלף פראצענט, נאך באריכטן אז מדינת ישראל באטראכט די מעגליכקייט פון אנקלאגן די פירמע צוליב איר דערלויבן טעראר-פראפאגאנדע.

די באריכטן קומען נאך אן אטאקע פון דער יוסטיץ מיניסטארשע, איילת שקד, קעגן טוויטער פאר'ן דערלויבן טעראר-גרופעס צו ניצן די פלאטפארמע אויף צו ארגאניזירן טעראר-אקציעס, ווי אויך אז טוויטער דערלויבט שונאי ישראל צו פארשפרייטן בלבולים אויף איר פלאטפארמע.

שקד האט אנגעוויזן, אז די מעסער-אטאקעס וואס האבן זיך פארמערט אין ארץ ישראל דורכאויס די פארגאנגענע פאר יאר זענען אין גרויסן טייל צום פארדאנקען טוויטער, וואס טוט נישט גענוג אפצושטעלן טעראר קאמוניקאציעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל