נאך צען יאר שטילשווייגעניש, האט די מדינת ישראל באשטעטיגט אז די אטאקע אויף א א נוקלעארן רעאקטאר אין סיריע איז דורכגעפירט געווארן דורך איר מיליטער.

יענע אטאקע, וואס איז דורכגעפירט געווארן אין די פארטאגס שטונדן פון סעפטעמבער 6, 07' טיף אין סיריע, האט זיינער-צייט געכאפט די וועלט אין איבערראשונג.

אין די טעג און וואכן נאך דער אטאקע, האבן אנגעהויבן ארויסרינען באריכטן אז יענע סופרייז-אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך די מדינת-ישראל לופט-כוחות, וועלכע האבן דערביי צעשטערט א נוקלעארן רעאקטאר וואס סיריע האט געהאלטן ביים פארענדיגן.

ביידע, סיריע און מדינת ישראל, האבן דעמאלט מיט גארנישט רעאגירט צו די באריכטן, אבער קראנטע קוואלן האבן שפעטער באשטעטיגט וואס דארט איז פארגעקומען און אז די מיסיע איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן דעמאלטיגן אמעריקאנער פרעזידענט, דזשארדזש בוש.

אצינד האט מדינת ישראל אפיציעל באשטעטיגט אז זי האט ווירקליך דורכגעפירט די אטאקע און אז דער ציל איז געווען א נוקלעארער רעאקטאר, וואס סיריע האט אויפגעשטעלט מיט דער הילף פון צפון קארעא, מיט'ן צוועק צו פראדוצירן נוקלעארן געווער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל