וואשינגטאן – די דעמאקראטישע קאנגרעס מינאריטעט פירערין, נענסי פעלאסי, איז אויף ערנסטע צרות, נאכדעם וואס באריכטן צייגן אז דעמאקראטן זוכן פטור צו ווערן פון איר. א באריכט אין "עקסיאס" ברענגט נאך פון הויכראנגיקע דעמאקראטישע פיגורן אין קאנגרעס, אז אויב עס געלונגט פאר די דעמאקראטן צוריקצוכאפן קאנטראל פון קאנגרעס ביי די נאוועמבער מידטוירם וואלן, וועלן זיי נישט לאזן פעלאסי ווערן קאנגרעס ספיקער, נאר זיי וועלן איר באזייטיגן און אויסוועלן א נייעם יונגערן דעמאקראט. דער פלאן פון די דעמאקראטן צו ערזעצן פעלאסי, קומט אלס רעזולטאט פון דעם וואס די רעפובליקאנער האבן אין די לעצטערע יארן סוקסעספול גענוצט פעלאסי אלס א פיגור אויפצוטרייבן האס קעגן דעמאקראטישע פאליטישאנס אין פארשידענע פארמעסטן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל