ניו יארק – ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער האט געשיקט א סובפינע צו די "טראמפ ארגאניזאציע", דער אפיציעלער נאמען פון פרעזידענט טראמפ'ס פריוואטע ביזנעס, אז ער וויל האבן פארשידענע דאקומענטן וועלכע זענען פארבינדן מיט רוסלאנד. אנאליסטן גלייבן אז מוללער וויל אויספארשן טראמפ'ס אלטע פלאן צו בויען א טראמפ טורעם אין מאסקווע, וואס עס איז מעגליך אז דאס האט שייכות מיט רוסלאנד'ס באשלוס ארויסצוהעלפן טראמפ געווינען די פרעזידענט וואלן. די נייעס אז מוללער וויל דאקומענטן פון טראמפ'ס ביזנעס, איז ערווארטעט צו ברענגען א שארפע רעאקציע פונעם פרעזידענט זעלבסט, וועלכער האט פארלאפענעם יולי געסטראשעט אז אויב מוללער וועט אויספארשן זיינע ביזנעסער, וועט דאס זיין "אריבערגיין א רויטע ליניע".

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל