טעקסאס – עף-בי-איי באאמטע האבן נעכטן געזאגט, אז מענטשן זאלן ווייטער זיין געווארנט ביים באהאנדלען פעקלעך וואס זיי זענען נישט זיכער וואס דאס איז, סיי אין טעקסאס און אויך איבער'ן גאנצן לאנד, אפילו דער געפאר פון די באמבע פעקלעך אין אוסטין איז שוין פאראיבער. די עף-בי-איי זאגט אז עס קען אייביג זיין אז א באמבע אדער אויפרייס מאטעריאל ליגט באהאלטן אין א פעקל וואס מ'איז נישט זיכער וואס ס'ליגט דערין, און די פעדעראלע אויטאריטעטן האבן באזונדער דערמאנט די שיפינג פירמעס ווי פעדעקס און אנדערע, אז עס זענען דא פראטאקאלן וויאזוי מען באהאנדלט פארדעכטיגטע פעקלעך, און וויאזוי מען קען זיכער מאכן אז באמבע פעקלעך ווערן נישט אפגעליפערט צו קיין קאסטומערס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל