אריזאנע – פראקורארן אין אריזאנע האבן ארויסגעשטעלט מארד קלאגעס קעגן א גרעניץ אגענט, איבער דעם וואס ער האט געשאסן און אומגעברענגט א מעקסיקאנער יוגנטליכער. דער אינצידענט האט פאסירט אין יאר 12', ווען דער גרעניץ אגענט לאוני סווארטז האט באוואכט די גרעניץ אין אריזאנע, ווען א גרופע מעקסיקאנער יוגענטליכע האבן געשאסן שטיינער אריבער א גרעניץ צוים, און סווארטז האט געעפנט פייער, שיסנדיג קוילן צו דער אנדערער זייט גרעניץ, פון וועלכע דער מעקסיקאנער סאן ענטאני עלענא ראדריגעז איז געשטארבן. סווארטז'ס לויערס זאגן אז ער האט געטאן זיין דזשאב, און די שיסעריי איז געווען לעגאל, אבער די פראקורארן זאגן אז סווארטז'ס אקט איז נישט געווען צוליב כאאס און צוליב וואס ער האט זיך געשפירט אונטער געפאר, נאר ער האט דורכגעפירט די שיסעריי מיט א רואיגקייט.

בילד.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל