אין די לעצטע טעג הערט זיך די וועלט צו מיט זארג ווי וולאדימיר פוטין נוצט געפארפולע און פראוואקטיווע רעטאריק איבער די מיליטערישע מאכט פון רוסלאנד, און ספעציעל איבער איר נוקלעארע אויבערהאנט איבער אמעריקע.
נאכדעם וואס ער האט פאריגע וואך אויפגעדעקט די עקזיסטענץ פון א גאר פארגעשריטענע מיסיל מיט נוקלעארע מעגליכקייטן האט ער היינט נאכאמאל ערווענט די מעגליכקייט פון א נוקלעארע קריג מיט אמעריקע, זאגנדיג אז רוסלאנד איז גרייט צו אפשלאגן יעדע אטאקע איבער איר מיט נוקלרעארע מאכט, צולייגנדיג אז רוסלאנד וועט זיך נישט אפהאלטן פון אזא אטאקע אפילו עס וועט פירן צו א גלאבאלע קאטעסטראפע.
ער האט געמאכט די באמערקונג ביי א אינטערוויו וואס ער האט אפגעהאלטן מיט די אפיציעלע טעלעוויזיע נעץ פונעם קרעמעלין אין ליכט פון די פרעזידעטליכע וואלן וואס קומען פאר קומענדיגע וואך, א פארמעסט וואס ער איז ערווארטעט צו געווינען גרינגערהייט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה