דער פרעזידענט האט נעכטן אין א פרעסע קאנפערענץ מיט׳ן שוועדישן פרעמיער מיניסטער פארשפראכן צו נעמען ערנסט די ווארנונג פון די אמעריקאנער שפיאנאזש געמיינדע איבער אן אנגייענדע פרואוו פון די רוסן צו אינפליטרירן די אמעריקאנער וואל סיסטעמען דורך סייבער אטאקעס, און פאשפראכן אז ער וועט שטארק באקעמפן אזעלכע פרואוון.

ער האט געזאגט אז טראץ וואס ״ער האט נישט באקומען קרעדיט דערפאר״ טוט זיין אדמינסטראציע ארבייטן פיבערהאפטיג צו פאשטערקערן די זיכערהייטס מאנסאמען פון די וואל סיסטעמען אין אמעריקע, און האט אויך פארגעשלאגן צו צוריקגיין צו א פאפירענע וואל סיסטעם וויבאלד קאמפיוטערס זענען שטענדיג אין געפאר פון ווערן אינפילטרירט דורך סייבער אטאקעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל