וואשינגטאן – א גרופע אידישע אקטיוויסטן אין וואשינגטאן די-סי, האבן געמאלדן אז זיי האבן איינגעלאדנט דעם ארטיגן לאקאלן קאונסילמאן טרעיאן ווייט סיניער, פאר א סדר קומענדיגן פסח ביינאכט. דער קאונסילמאן איז געווען פארמישט אין א מאסיוון סקאנדאל אין די לעצטע וואכן, ווען ער האט געזאגט אין פובליק אז ער האלט אז די רייכע אידישע ראטשילד פאמיליע טוט קאנטראלירן די וועטער, מיט'ן ציל רייך צו ווערן פון נאטורליכע קאטאסטראפעס און שווערע וועטערס. קאונסילמאן ווייט סיניער האט זיך שוין זייט דעמאלט אנטשולדיגט פאר זיינע קאמענטארן, אבער פילע האבן געהאלטן אז די אנטשולדיגונג איז נישט גענוג און ער מוז רעזיגנירן פון אמט. די גרופע אידישע אקטיוויסטן האבן אבער געזאגט, אז זיי האבן געלאדנט דעם קאונסילמאן מיטצוהאלטן א סדר נאכט, וואס אזוי וועט ער זען פונדערנאענט די שיינקייט פון אידן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל