ווארשא – 59 אמעריקאנער סענאטארן פון ביידע פארטייען האבן געשריבן א בריוו צו דער פוילישער רעגירונג, צו קריטיקירן א לעצטיגע נייע געזעץ איבער פארטיילן האלאקאוסט רעסטיטוציע געלטער – דאס הייסט בענעפיטן פאר אידן וואס האבן פארלוירן פארמעגנס אדער פראפערטיס ביים קריג. דאס נייע געזעץ לויטעט, אז צו קענען באקומען די ספעציעלע געלטער, דארף מען זיין א יעצטיגער פוילישער בירגער און וואוינען אין פוילן, און אויב דער איבערלעבער אליין לעבט שוין נישט, מוז עס זיין א דירעקטער יורש, און נישט א פעטער אדער קאזין, צו קענען באקומען די געלטער. אין זייער בריוו, שרייבן די סענאטארן אז דאס נייע געזעץ וועט דיסקרימינירן קעגן האלאקאוסט איבערלעבער וועלכע וואוינען אין אמעריקע, און וועלן דעריבער נישט קענען געניסן פון די געלטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל