מדינת ישראל זיכערהייטס כוחות האבן געכאפט דריי אראבערס וואס האבן זיך אריינבאקומען אין לאנד פון פון עזה מיט מעסערס און גראנאטן.

די דריי האבן זיך דורכגעריסן די צוים וואס שטייט צווישן עזה און מדינת ישראל, און זענען געכאפט געווארן צוועלף מייל טיף אין מדינת ישראל טעריטאריע.

אנוועזנדע סאלדאטן האבן באמערקט דעם לאך אין דער צוים היינט דינסטאג אינדערפרי, און נאך אן אינטענסיווער זוכעניש זענען די דריי באוואפנטע אראבערס געפונען געווארן מיט ארום א שעה און א האלב שפעטער, נישט ווייט פון א מיליטערישער באזע.

דאס מיליטער צעשטערט כסדר'דיגע פראבעס פון עזה-אראבערס אריינצוקריכן קיין מדינת ישראל, אבער די פרואווען ווערן געווענליך צעשטערט. דאס מיליטער פרובירט יעצט צו דערגיין פארוואס די דריי זענען נישט באמערקט געווארן בשעת דער אינפילטראציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל