די ירושלימ'ער שטאטראט האט היינט דינסטאג באשטעטיגט די בוי-ארבעט ביים בנין וואס וועט דינען אלס די נייע אמבאסאדע פון די פאראייניגטע שטאטן אין ירושלים.

די זאונינג אפטיילונג פון דער ארטיגער מוניציפאליטעט האט דערביי פארקוקט אויף דעם געווענליכן פארצויגענעם פראצעדור פון בייטן די זאונינג-רעגולאציעס, וואס פעלן זיך געווענליך אויס כדי צו באקומען די נויטיגע בוי-פערמיטן, כדי צו העלפן די אמעריקאנער רעגירונג אריבערפירן די אמבאסאדע צו דער באשטימטער צייט, קומענדיגן מאי 14.

די שטאטראט איז דערמיט קעגנגעקומען א פארלאנג פונעם פינאנץ מיניסטער, משה כחלון, אז די ירושלימ'ער מוניציפאליטעט זאל צויאגן די דערלויבעניש פאר דער אמבאסאדע דורכצופירן די נויטיגע בוי-ארבעט בשייכות מיט די זיכערהייטס מאסנאמען וואס די אמעריקאנער רעגירונג וויל איינשטעלן ארום דער געביידע.

די אמבאסאדע וועט אפיציעל געעפנט ווערן אין צוזאמהאנג מיט'ן זיבעציגסטן יארטאג פון מדינת ישראל'ס זעלבסשטענדיגקייט, אבער רוב פונעם שטאב, וואס וועט אין אנהייב בלייבן אינעם יעצטיגן לאקאל אין תל אביב, וועט ביסלעכווייז זיך אריבערציען צו דער נייער אמבאסאדע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל