מינעסאטע – א פארשוין אין סט. פאול, מינעסאטע זאגט, אז ער האט געוואונען א הונדערט טויזנט דאלארדיגן לאטערי טיקעט, אדאנק א חלום וואס ער האט געהאט. דער פארשוין זאגט אז ער האט זיך איין נאכט גע'חלומ'ט ווי פלוצלינג באפאלט אים א גרויס פארמעגן און ער ווערט זייער רייך. דעם אנדערן אינדערפרי איז ער אויפגעשטאנען און באשלאסן צו פרובירן זיין מזל, איז ער אריין אין א געשעפט קויפן א לאטערי טיקעט. עס האט אים געקאסט צוויי דאלאר, און וואונדער איבער וואונדער, נאכ'ן אפקראצן די ציפערן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געוואונען די סומע פון הונדערט טויזנט דאלאר!

Post a Comment