ענגלאנד – די בריטישע רעגירונג האט נעכטן געזאגט, אז זי האט שטארק אויסגעברייטערט איר אויספארשונג איבער דער מיסטעריעזער פארפעסטיגונג פונעם געוועזענעם רוסישן טאפלטן שפיאן סערגעי סקריפאל. לויט א סטעיטמענט פון דער בריטישער אינערן מיניסטארשע, עמבער ראאד, האבן די פאליציי שוין אידענטיפיצירט און אויסגעפארשט איבער צוויי הונדערט עדות, וועלכע האבן מעגליך צוגעזען וויאזוי די פארפעסטיגונג פאסירט, און אנדערע טיילן פונעם אינצידענט – און אויסער דעם זאגט ראאד אז עס זענען פארהאן נאענט צו דריי הונדערט קאנטער-טעראריזם אגענטן און מיליטערישע אויספארשער, וועלכע זענען פארנומען מיט דער אויספארשונג פון דער פארפעסטיגונג.
הוסף רשומת תגובה