בעיזשינג – פון איבער דער וועלט האט מען געהערט פארשידנארטיגע רעאקציעס, צו דער געפלאנטער זיצונג און צוזאמטרעף פונעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ און דער צפון קארעאר דיקטאטור קים יאנג אן, וואס וועט זיין דאס ערשטע מאל אין דער היסטאריע וואס די פירער פון די צוויי לענדער גייען זיך טרעפן.
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אדרעסירט די היסטארישע אנטוויקלונג, זאגנדיג אז ער האט גערעדט צום כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג, וועלכער האט אויסגעדרוקט גרויס צופרידנהייט אז אמעריקע האט באשלאסן צו נעמען דעם דיפלאמאטישן רוט, ווי איידער אונטערצונעמען מיליטערישע אגרעסיעס.
דאס ווייסע הויז האט אבער קלארגעשטעלט, אז דערווייל איז נאך גארנישט געסקעדזשועלט, נאר ס'איז בלויז א פלאן. ווייסע הויז באאמטע זאגן, אז מען וועט דארפן ערשט זען קאנקרעטע שריט פון צפון קארעא, איידער דער זיצונג וועט טאקע געסקעדזשועלט ווערן און פארקומען.

הוסף רשומת תגובה